На данной странице собраны познавательные стихи на еврейском языке, которые познакомят малышей и школьников с удивительными стихами на еврейском.
 

Стихи на еврейском языке

מוטער טאָג
 
אויפֿגעשטאַנען זייַנען מיר
פֿריער פֿאַרן מאָרגן
הייַנט אין מוטער טאָג
דאַַרף זי גאָרנישט זאָרגן
 
אויסגערייַניקט, צוגעראָמט
האָבן מיר די דירה
מעג די מאַמע גיין אַ טאַנץ
מיט די קינדער אירע
 
***
 
אױפֿן װעג שטײט אַ בױם
 
אױפֿן װעג שטײט אַ בױם,
שטײט ער אײַנגעבױגן,
אַלע פֿײגל פֿונעם בױם
זענען זיך צעפֿלױגן.
 
דרײַ קײן מיזרח, דרײַ קײן מערבֿ,
און דער רעשט – קײן דרום,
און דעם בוים געלאָזט אַלײן
הפֿקר פֿאַרן שטורעם.
 
זאָג איך צו דער מאַמען:
- הער, זאָלסט מיר נאָר ניט שטערן,
װעל איך, מאַמע, אײנס און צװײ
באַלד אַ פֿױגל װערן.
 
איך װעל זיצן אױפֿן בױם
און װעל אים פֿאַרװיגן
איבערן װינטער מיט אַ טרײסט
מיט אַ שײנעם ניגון...
 
זאָגט די מאַמע: - ניטע, קינד
– און זי װײנט מיט טרערן
– װעסט חלילה אױפֿן בױם
מיר פֿאַרפֿרױרן װערן.
 
זאָג איך: מאַמע, ס׳איז אַ שאָד
דײַנע שײנע אױגן
אײדער װאָס און אײדער װען,
בין איך מיר אַ פֿױגל.
 
װײנט די מאַמע: איציק, קרױן,
זע, אום גאָטעס װילן,
נעם זיך מיט אַ שאַליקל,
קענסט זיך נאָך פֿאַרקילן.
 
די קאַלאָשן טו זיך אָן,
סגײט אַ שאַרפֿער װינטער
און די קוטשמע נעם אויך מיט
– װײ איז מיר און װינד מיר...
 
און דאָס װינטער-לײבל נעם,
טו עס אָן, די שוטה,
אױב דו װילסט ניט זײַן קײן גאַסט,
צװישן אַלע טױטע.
 
כ׳הײב די פֿליגל, סאיז מיר שװער,
צו פֿיל צו פֿיל זאַכן,
האָט די מאַמע אָנגעטאָן
דעם פֿײגעלע דעם שװאַכן.
 
קוק איך טרױעריק אַרײַן.
אין דער מאַמעס אױגן,
סהאָט איר ליבשאַפֿט ניט געלאָזט
װערן מיך אַ פֿױגל.
Понравилось? Расскажи об этой странице друзьям!

Сайт развития ребенка Умные дети

На сайте развития ребенка вы найдете полезную информацию о обучение детей, о развивающих игр для детей, о раннем развитии ребенка, интересные статьи, а также полезные материалы для обучения. Все это на портале развития ребенка Умные дети.

Стихи на еврейском языке